מלוכה־סימבאָליק
אָפֿיציעלער פּאָרטאַל פֿון דער אַדמיניסטראַציע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט

הערב פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט 

דער הערב פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ העראַלדישן פֿראַנצייזישן שילד פֿון טונקל־גרינעם קאָליר (רוסישער אַקוואַמאַרין). אַ פֿאַרהעלטעניש פֿון דער הייך צו דער ברייט איז אַכט צו נײַן. דער אייבערשטער און אונטערשטער טיילן פֿונעם שילד זײַנען אָפּגעצייכנט מיט דינע האָריזאָנטאַלע פּאַסן פֿון ווײַס־בלוי־ווײַסן קאָליר, וועלכע סימבאָליזירן די טײַכן בירע און בידזשאַן. אין צענטער פֿונעם שילד איז אָנגעמאָלט אַ גאָלדענער אוסוריִער טיגער מיט שוואַרצע פּאַסלעך. די פֿיגור פֿונעם טיגער איז פֿאַרקערעוועט  אויף רעכטס, וואָס סימבאָליזירט די אומגעוויינלעכע געשיכטע פֿונעם רעגיאָן

   



פֿאָן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט

די פֿאָן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ווײַסן גראָדווינקלדיקן פֿאָנענטוך. אויף דער האָריזאָנטאַלער אַקס איז אָנגעמאָלט אַ פֿאַרשידנפֿאַרביקער פּאַס, וואָס סימבאָליזירט אַ רעגנבויגן — אַ סימן פֿון גאָטס צוזאָג, װעלכן ער האָט געגעבן די מענטשן נאָכן מבול. דער פּאַס באַשטייט פֿון זיבן דינע האָריזאָנטאַלע פּאַסיקלעך (רויט, אָראַנזש, געל, גרין, הימל־בלוי, בלאָוו און וויאָלעט). יעדע ברייט איז גלײַך איין פֿערציקסטל פֿון דער ברייט פֿון דער פֿאָן. די קאָלירטע פּאַסיקלעך זײַנען צעטיילט מיט דינע האָריזאָנטאַלע ווײַסע פּאַסיקלעך, די ברייט פֿון וועלכע איז איין הונדערט צוואַנציקסטל פֿון דער ברייט פֿון דער פֿאָן